Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 6:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 וואויל איז אייך, וואס הונגערן איצט, ווייל איר וועט געזעטיקט ווערן! וואויל איז אייך, וואס וויינען איצט, ווייל איר וועט לאכן!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 6:21
56 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

וואויל איז די טרויערנדיקע; ווייל זיי וועלן געטרייסט ווערן.


וואויל איז די, וואס הונגערן און דורשטן נאך גערעכטיקייט; ווייל זיי וועלן געזעטיקט ווערן.


הונגריקע האט ער אנגעפילט מיט אלעם גוטן, און רייכע אוועקגעשיקט מיט גארנישט.


און ער האט אויפגעהויבן זיינע אויגן אויף זיינע תלמידים, און געזאגט: וואויל איז אייך, ארעמעלייט, ווייל דאס קעניגרייך פון ה׳ איז אייערס!


וואויל איז אייך, ווען די מענטשן וועלן אייך האסן, און ווען זיי וועלן אייך ארויסשטויסן און באליידיקן און ארויסווארפן אייער נאמען ווי עפעס בייז, צוליב דעם בר אנש.


וויי צו אייך, די וואס זענען איצט זאט, ווייל איר וועט הונגערן. וויי צו אייך, וואס לאכן איצט! ווייל איר וועט טרויערן און וויינען.


יהושע/ישוע האט פארגאסן א טרער.


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו איר: אויב דו וואלסט געקענט די מתנה פון ה׳, און ווער דער איז, וואס זאגט צו דיר: גיב מיר צו טרינקען, וואלסטו אים געבעטן, און ער וואלט דיר געגעבן לעבעדיק וואסער.


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: איך בין דאס ברויט פון לעבן; דער, וואס קומט צו מיר, וועט קיינמאל נישט הונגערן, און דער, וואס גלויבט אין מיר, וועט קיינמאל נישט דורשטן.


ביז צו דער איצטיקער שעה הונגערן מיר און דורשטן, און זענען נאקעט, און ווערן געשלאגן און האבן נישט קיין היים;


אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז).


דערפאר האב איך א וואוילגעפעלן אין שלאפקייטן, אין חרפות, אין נויטן, אין רדיפות, אין אנגסטן, פון משיחס וועגן; ווארום ווען איך בין שלאף, דעמאלט בין איך א גיבור.


ווי טרויעריקע, אבער תמיד פריילעך; ווי ארעמעלייט, וועלכע מאכן אבער א סך רייך; ווי אזעלכע, וואס האבן גארנישט, און באזיצן דאך אלץ.


וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב.


און האב געהערט א הויך קול פון דעם כסא הכבוד, אזוי צו זאגן: זע, דאס משכן פון ה׳ איז מיט די מענטשן, און ער וועט וואוינען צווישן זיי, און זיי וועלן זיין זיינע פעלקער, און ה׳ אליין וועט זיין מיט זיי,


זיי וועלן מער נישט הונגערן, און זיי וועלן מער נישט דורשטן; די זון וועט זיי נישט שלאגן, נישט קיין היץ (ישעיהו מט, י.);


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ