5 און ענטפערנדיק האט שמעון געזאגט: האר, דורך דער גאנצער נאכט האבן מיר געפראצעוועט, און גארנישט געכאפט; נאר אויף דיין ווארט וועל איך אראפלאזן די נעצן.
און האבן אויפגעהויבן זייער קול, אזוי צו זאגן: יהושע/ישוע, האר, האב רחמנות אויף אונדז!
און זיי זענען צוגעקומען, האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן; האר, האר, מיר זענען פארלוירן! ער אבער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און די שטורמדיקע כוואליעס וואסער; און זיי האבן זיך געלייגט, און עס איז געווארן שטיל.
און יהושע/ישוע האט געזאגט: ווער האט מיך אנגערירט? און ווען אלע האבן געלייקנט, האט פעטרוס געזאגט: האר, די המונים דרענגען זיך ארום דיר און שטויסן דיך דאך.
און עס איז געשען, ווען זיי זענען אוועקגעגאנגען פון אים, האט פעטרוס געזאגט צו יהושען/ישוען; האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי סוכות: איינע פאר דיר, איינע פאר משהן און איינע פאר אליהו, נישט וויסנדיק, וואס ער רעדט.
און יוחנן האט ענטפערנדיק געזאגט: האר, מיר האבן געזען איינעם, וואס האט אין דיין נאמען ארויסגעטריבן בייזע גייסטער, און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט נישט נאך מיט אונדז.
איר זענט מיינע פריינד, אויב איר טוט, וואס איך באפעל אייך.
זאגט זיין מוטער צו די סארווערס: וואס ער וועט אייך זאגן, זאלט איר טאן.
זאגט שמעון פעטרוס צו זיי: איך גיי פאנגען פיש! זאגן זיי צו אים: מיר וועלן אויך קומען מיט דיר. און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און זענען איינגעשטיגן אינם שיפל; און אין יענער נאכט האבן זיי גארנישט געכאפט.