4 און ווען ער האט אויפגעהערט צו רעדן, האט ער געזאגט צו שמעונען; פאָר אריבער צו דער טיפעניש און לאזט אראפ אייערע נעצן צום פאנג!
נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין מיכשול פאר זיי, גיי צום ים, און ווארף אריין א ווענטקע, און נעם דעם ערשטן פיש, וואס וועט ארויפקומען; און ווען דו וועסט אויפעפענען זיין מויל, וועסטו געפינען א זילבערנע מטבע (א סטאטער); נעם זי, און גיב זי פאר מיר און פאר דיר.
און ענטפערנדיק האט שמעון געזאגט: האר, דורך דער גאנצער נאכט האבן מיר געפראצעוועט, און גארנישט געכאפט; נאר אויף דיין ווארט וועל איך אראפלאזן די נעצן.
ער אבער האט צו זיי געזאגט: ווארפט אריין די נעץ אויף דער רעכטער זייט פונם שיפל, און איר וועט געפינען. און זיי האבן אריינגעווארפן און האבן זי מער נישט געקענט ארויסציען, צוליב דער מאסע פיש.