35 עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט אוועקגענומען ווערן פון זיי; דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענע טעג.
און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די אונטערפירערס טרויערן, בשעת דער חתן איז מיט זיי? עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן.
עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענעם טאג.
צו די תלמידים אבער האט ער געזאגט: עס וועלן קומען טעג, ווען איר וועט באגערן צו זען איינעם פון די טעג פון דעם בר אנש, און איר וועט נישט זען.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: צי קענט איר דען מאכן פאסטן די חתונה לייט בשעת דער חתן איז מיט זיי?
און האט אויך געזאגט א משל צו זיי: קיינער שניידט נישט אפ קיין לאטע פון א נייעם בגד און לייגט זי אויף אן אלטן בגד; ווייל אויב יא, איז סאי ער שניידט אפ דאס נייע, סאי די לאטע פונם נייעם פאסט נישט דעם אלטן.
ווארום די ארעמעלייט האט איר תמיד ביי זיך, מיך אבער האט איר נישט אלעמאל.
קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט.
איך בין ארויסגעקומען פון דעם פאטער, און בין געקומען אין דער וועלט אריין; ווידער פארלאז איך די וועלט, און גיי צו דעם פאטער.
און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ארויפגענומען געווארן, און זיי האבן עס געזען, און א וואלקן האט אים אוועקגענומען פון זייערע אויגן.
און אויסדערוויילנדיק פאר זיי זקנים אין יעדער קהילה, און תפילה טוענדיק מיט פאסטן, האבן זיי זיי איבערגעלאזט אויף דעם באראט פון דעם האר, אין וועמען זיי האבן געגלויבט.
וועמען דער הימל מוז אויפנעמען ביז צו דער צייט, ווען אלץ וועט צוריקגעשטעלט ווערן, פון וועלכן ה׳ האט גערעדט פון אייביק אָן דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים.
שיידט זיך נישט אפ איינס פונם אנדערן, אחוץ אויב איר זענט מרוצה דערויף ביז צו א געוויסער צייט, כדי איר זאלט זיך אפגעבן מיט תפילה, און קומט זיך ווידער צונויף, כדי דער שׂטן זאל אייך נישט ברענגען צו קיין נסיון דורך אייער נישט איינגעהאלטנקייט.
אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז).