34 האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: צי קענט איר דען מאכן פאסטן די חתונה לייט בשעת דער חתן איז מיט זיי?
דאס מלכות השמים איז געגליכן צו א מענטשלעכן קעניג, וואס האט געמאכט א חתונהמאלצייט פאר זיין זון,
און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די אונטערפירערס טרויערן, בשעת דער חתן איז מיט זיי? עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן.
זיי אבער האבן געזאגט צו אים: יוחננס תלמידים פאסטן אפט און טאן תפילה, אזוי טאן אויך די תלמידים פון די פרושים; דיינע אבער עסן און טרינקען.
עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט אוועקגענומען ווערן פון זיי; דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענע טעג.
ווער עס האט די כלה, דער איז דער חתן; אבער דער פריינד פון דעם חתן, וואס שטייט און הערט זיך צו צו אים, טוט מיט שמחה זיך פרייען איבער דעם חתנס קול; אָט די דאזיקע פרייד מיינע איז דערפילט.
ווארום איך אייפער פאר אייך מיט א ג‑טלעכער אייפערזוכט, ווייל איך האב אייך פארקנסט צו איין מאן, ווי א לויטערע בתולה פארצושטעלן פאר דעם משיח.