ברענגט דעריבער פירות, (וואס זענען) ווירדיק פון תשובה, און הויבט נישט אָן זיך איינצורעדן: מיר האבן אברהם אלס אונדזער פאטער; ווארום איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח אויס די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען.
און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט, און עס זענען דערביי געזעסן פרושים און לומדים פון דער תורה, וואס זענען געקומען אויס יעדן דארף פון גליל און יהודה און ירושלים; און די גבורה פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים צו היילן.