Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 5:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, בשעת ער האט געלערנט, און עס זענען דערביי געזעסן פרושים און לומדים פון דער תורה, וואס זענען געקומען אויס יעדן דארף פון גליל און יהודה און ירושלים; און די גבורה פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים צו היילן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 5:17
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

בלינדע זען, און לאמע גייען ארום, מצורעדיקע ווערן גערייניקט, און טויבע הערן, און טויטע שטייען אויף, און צו ארעמעלייט ווערט אנגעזאגט די גוטע בשורה.


דעמאלט קומען צו יהושען/ישוען פרושים און סופרים פון ירושלים, אזוי צו זאגן:


ער אבער איז ארויסגעגאנגען, און האט אנגעהויבן א סך דערפון צו דערציילן, און צו פארשפרייטן די זאך, אז ער האט שוין מער נישט געקענט אפן אריינגיין אין א שטאט, נאר איז געווען אינדרויסן אין מדבריותדיקע ערטער; און מען איז געקומען צו אים פון אומעטום.


מיט די הענט וועלן זיי אויפהויבן שלאנגען, און אויב זיי וועלן טרינקען סם, וועט עס זיי בשום אופן נישט שאטן; אויף קראנקע וועלן זיי ארויפלייגן די הענט, און זיי וועלן גענעזן ווערן.


און די סופרים, וואס זענען אראפגעקומען פון ירושלים, האבן געזאגט: ער האט דעם בעל‑זבול; און דורך דעם שר פון די בייזע גייסטער טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער.


און יהושע/ישוע, גלייך ווי ער האט דערפילט אין זיך אז די קראפט איז פון אים ארויסגעגאנגען, האט זיך אויסגעדרייט צווישן דעם המון מענטשן, און געזאגט: ווער האט אנגערירט מיינע מלבושים?


און עס האבן זיך פארזאמלט צו אים די פרושים, און אייניקע פון די סופרים, וואס זענען געקומען פון ירושלים;


און די פרושים און סופרים האבן געמורמלט, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער נעמט אויף חוטאים און עסט מיט זיי!


און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האבן זיי אים געפונען אין בית המקדש זיצנדיק אין דער מיט צווישן די תנאים, און ער האט זיך צוגעהערט צו זיי און זיי געשטעלט קשיות;


און די סופרים און די פרושים האבן אנגעהויבן נאכצוטראכטן, אזוי צו זאגן: ווער איז ער דאס, וואס רעדט ארויס לעסטערונגען? ווער קען דאס מוחל זיין זינד, אחוץ ה׳ אליין?


און די פרושים און זייערע סופרים האבן געמורמלט צו די תלמידים זיינע, אזוי צו זאגן: פארוואס עסט איר און טרינקט מיט שטייער אויפמאנער און זינדער?


און דער גאנצער המון מענטשן האט געזוכט אים אנצורירן, ווייל עס איז ארויסגעגאנגען פון אים א כוח און האט אלעמען געהיילט.


די פרושים אבער און די חכמים האבן אפגעווארפן די עצה פון ה׳ פון זיך, ווייל זיי האבן זיך נישט געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים.


יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: עמיצער האט מיך אנגערירט; ווארום איך ווייס, אז א כוח איז פון מיר ארויסגעגאנגען!


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו אים: דו ביסט א רבי בישראל, און ווייסט דאס נישט?


דער אבער, וואס טוט דעם אמת, קומט צום ליכט, כדי זיינע מעשים זאלן אנטפלעקט ווערן, אז זיי ווערן געטאן אין ה׳.


און ה׳ האט געטאן אויסערגעוויינלעכע וואונדער דורך די הענט פון פוילוסן;


בשעת דו טוסט אויסשטרעקן דיין האנט צו היילן, און צו טאן אותות און מופתים דורך דעם נאמען פון דיין הייליקן קנעכט יהושע/ישוע.


נאר עס איז אויפגעשטאנען א געוויסער מאן אינם סנהדרין, א פרוש, וואס האט געהייסן גמליאל, א תנא, הויך געאכט ביים גאנצן פאלק, און האט באפוילן מען זאל די מענטשן ארויספירן אויף א וויילע.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ