11 און ברענגענדיק די שיפלעך צו דער יבשה, האבן זיי אלץ פארלאזט און אים נאכגעפאלגט.
ווער עס האט ליב פאטער אדער מוטער מער ווי מיך, דער איז מיך נישט ווערט; און ווער עס האט ליב זון אדער טאכטער מער ווי מיך, דער איז מיך נישט ווערט.
דעמאלט האט פעטרוס ענטפערנדיק צו אים געזאגט: זע, מיר האבן אלץ פארלאזן, און דיר נאכגעפאלגט; וואס וועלן מיר האבן דערפאר?
און יעדער איינער, וואס האט פארלאזט הייזער אדער ברידער אדער שוועסטער אדער פאטער אדער מוטער אדער קינדער אדער פעלדער צוליב מיין נאמען, וועט א סך מאל מער באקומען, און ירשענען דאס אייביקע לעבן.
און זיי האבן גלייך פארלאזן די נעצן, און האבן אים נאכגעפאלגט.
און זיי האבן גלייך פארלאזן דאס שיפל און דעם פאטער זייערן, און האבן אים נאכגעפאלגט.
און יהושע/ישוע האט אויף אים א בליק געטאן און אים ליב געקריגן, און געזאגט צו אים: איין זאך פעלט דיר; גיי, פארקויף אלץ, וואס דו האסט, און גיב עס צו די ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, און פאלג מיר נאך!
און ער האט אלץ פארלאזט, איז אויפגעשטאנען און האט אים נאכגעפאלגט.