7 דעריבער אויב דו וועסט זיך בוקן פאר מיר, וועט אלץ זיין דיין.
און זענען אריינגעגאנגען אין הויז און האבן געזען דאס קינד מיט מרים, זיין מוטער; און זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט צו אים; און האבן אויפגעעפנט זייערע אוצרות און אים געברענגט מתנות, גאלד און וויירויך און מירע.
און איז אנידערגעפאלן אויפן פנים פאר זיינע פיס, און האט אים געדאנקט; און ער איז געווען א שומרוני.
און דער שׂטן האט צו אים געזאגט: דיר וועל איך געבן די דאזיקע גאנצע מאכט און זייער הערלעכקייט; ווייל זי איז מיר איבערגעגעבן געווארן, און איך גיב זי, צו וועמען איך וויל.
און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: עס שטייט געשריבן: צום האר דיין ג‑ט זאלסטו זיך בוקן, און נאר אים אליין זאלסטו דינען. (דברים י, כ.)
און דערזעענדיק יהושען/ישוען, האט ער א געשריי געטאן, איז אנידערגעפאלן פאר אים און האט געזאגט מיט א הויך קול: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון ג‑ט דעם אויבערשטער? איך בעט דיך, אז דו זאלסט מיך נישט פייניקן!
און איך, יוחנן, בין דער, וואס האט געזען און געהערט די דאזיקע זאכן. און ווען איך האב זיי געהערט און געזען, בין איך אנידערגעפאלן, כדי זיך צו בוקן פאר די פיס פון דעם מלאך, וועלכער האט מיר זיי געוויזן.
פאלן די פיראונצוואנציק זקנים אנידער פאר אים, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און בוקן זיך צו אים, וועלכער לעבט לעלמי עולמים, און ווארפן אנידער זייערע קרוינען פאר דעם כסא הכבוד, און זאגן:
און ווען עס האט גענומען דאס ספר, זענען די פיר חיות און די פיראונצוואנציק זקנים אנידערגעפאלן פאר דעם לעמעלע, האבנדיק יעדער איינער א הארפע, און גאלדענע בעקנס אנגעפילט מיט קטורת, וואס זענען די תפילות פון די קדושים.