4 און יהושע/ישוע האט אים געענטפערט: עס שטייט געשריבן: נישט מיט ברויט אליין וועט דער מענטש לעבן! (דברים ח, ג.)
ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: עס שטייט געשריבן: נישט פון ברויט אליין זאל דער מענטש לעבן, נאר פון יעדן ווארט, וואס קומט ארויס פון ה׳ס מויל. (דברים ח, ג.)
דעריבער זאלט איר נישט זארגן, אזוי צו זאגן: וואס וועלן מיר עסן, אדער וואס וועלן מיר טרינקען, אדער מיט וואס וועלן מיר זיך קליידן?
און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איך האב אייך ארויסגעשיקט אָן א געלטבייטל, און טייסטער, און שיך, האט אייך עפעס געפעלט? און זיי האבן געזאגט: קיין זאך נישט!
ווארום עס שטייט געשריבן: זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר, דיך אפצוהיטן;
און דער שׂטן האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג צו דעם דאזיקן שטיין, אז ער זאל ווערן ברויט!
און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: עס שטייט געשריבן: צום האר דיין ג‑ט זאלסטו זיך בוקן, און נאר אים אליין זאלסטו דינען. (דברים י, כ.)
און דעם העלם פון ישועה זאלט איר נעמען, און די שווערד פון דעם גייסט, וואס איז ה׳ס ווארט;