39 און ער האט זיך אנידערגעשטעלט איבער איר און האט אנגעשריגן דאס פיבער, און עס האט זי פארלאזט; און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעשטאנען און האט זיי באדינט.
און גלייך ווי זיי זענען ארויסגעקומען פון דער שול, זענען זיי אריינגעגאנגען אינם הויז פון שמעון און אנדריי, צוזאמען מיט יעקבן און יוחנן.
און יהושע/ישוע האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג און גיי ארויס פון אים! און דער בייזער גייסט האט אים א ווארף געטאן ביז אין דער מיט, איז ארויס פון אים און האט אים גארנישט געשעדיקט.
און עס זענען אויך ארויסגעגאנגען בייזע גייסטער פון פילע, שרייענדיק און זאגנדיק: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! און ער האט אנגעשריגן אויף זיי און האט זיי נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז ער איז דער משיח.
און זיי זענען צוגעקומען, האבן אים אויפגעוועקט, אזוי צו זאגן; האר, האר, מיר זענען פארלוירן! ער אבער איז אויפגעשטאנען, האט אנגעשריגן דעם ווינט און די שטורמדיקע כוואליעס וואסער; און זיי האבן זיך געלייגט, און עס איז געווארן שטיל.