38 און ער איז אויפגעשטאנען און איז ארויסגעגאנגען פון שול אין שמעונס הויז אריין. שמעונס שוויגער אבער האט געליטן פון א שטארק פיבער, און זיי האבן אים געבעטן פאר אירעטוועגן.
ער אבער האט איר נישט געענטפערט קיין ווארט. און זיינע תלמידים זענען צוגעגאנגען און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק זי אוועק; ווייל זי שרייט אונדז נאך!
און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;
און אפילו איצט ווייס איך, אז אלץ, וואס דו וועסט נאר בעטן ביי ה׳, וועט ה׳ דיר געבן.
די שוועסטער האבן דעריבער געשיקט צו אים, אזוי צו זאגן: האר, זע, ער וועמען דו האסט ליב, ליגט קראנק.
צי האבן מיר דען נישט קיין רשות ארומצופירן א שוועסטער אלס א ווייב? ווי אויך די איבעריקע שליחים און די ברידער פון דעם האר און כיפא.