32 און מען פלעגט שטוינען איבער זיין תורה, ווייל זיין ווארט איז געווען מיט מאכט.
און מען האט געשטוינט איבער זיין תורה; ווארום ער האט זיי געלערנט ווי איינער, וואס האט מאכט, און נישט ווי די סופרים.
און אלע, וואס האבן אים געהערט, האבן געשטוינט איבער זיין שכל און זיינע תשובות.
און אין דער שול איז געווען א מענטש, וואס האט געהאט אן אומריינעם בייזן גייסט, און ער האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול:
און אויף אלעמען איז אנגעפאלן א מורא, און זיי האבן גערעדט איינער מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: וואס פאר א ווארט איז דאס, אז מיט מאכט און מיט כוח באפעלט ער די אומריינע גייסטער, און זיי גייען ארויס!
דער גייסט איז עס, וואס מאכט לעבעדיק; דאס פלייש נוצט צו גארנישט; די ווערטער, וואס איך האב גערעדט צו אייך, זענען גייסט, און זענען לעבן.
האבן די משרתים געענטפערט: עס האט נאך קיינמאל קיין מענטש נישט אזוי גערעדט, ווי דער דאזיקער מענטש רעדט.
נאר האבן זיך אפגעזאגט פון די פארבארגענע זאכן פון שאנדע, נישט לעבעדיק מיט כיטרעקייט, און נישט פעלשנדיק ה׳ס ווארט, נאר מיט דער ארויסווייזונג פון דעם אמת רעקאמענדירן מיר זיך צו יעדן מענטשנס געוויסן פאר ה׳.
ווייל די בשורה טובה אונדזערע איז נישט געקומען צו אייך בלויז אין ווארט אליין, נאר אויך מיט גבורה און מיט דעם רוח הקודש און פולער געוויסהייט; לויט ווי איר ווייסט, וואס פאר (א מענטשן) מיר זענען געווען צווישן אייך צוליב אייך.
די דאזיקע זאכן זאלסטו זאגן, און מזהיר זיין און שטראפן מיט יעדער שטרענגקייט. קיינער זאל דיך נישט מבזה זיין.