Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 4:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 און ער האט צונויפגעוויקלט דאס ספר, האט עס אוועקגעגעבן דעם חזן און זיך אנידערגעזעצט; און אלעמענס אויגן אין שול זענען געווען גענייגט מיט שפאנונג אויף אים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 4:20
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

אין יענער שעה האט יהושע/ישוע געזאגט צו די המונים מענטשן: ווי אנטקעגן א גזלן זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און שטאנגען, מיך צו כאפן. טאג אויס טאג איין בין איך געזעסן אין בית המקדש און געלערנט, און איר האט מיך נישט גענומען.


און האט אים אריינגעלייגט אין זיין נייעם קבר, וואס ער האט אויסגעהאקט אין דעם פעלדזן, און האט ארויפגעוועלגערט א גרויסן שטיין אויף דער טיר פון קבר, און איז אוועקגעגאנגען.


און האבן נישט געפונען, וואס זיי זאלן טאן; ווארום דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט צו אים מיט גרויסער ערנסטקייט.


און מען האט אים געגעבן דאס ספר פון דעם נביא ישעיה. און אויפעפנענדיק דאס בוך האט ער געפונען דאס ארט, וואו עס איז געווען געשריבן:


און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צו זיי: היינט איז די דאזיקע שריפט מקוים געווארן אין אייערע אויערן.


איז ער איינגעשטיגן אין איינס פון די שיפלעך, וועלכעס האט געהערט שמעונען, און האט אים געבעטן אוועקצופארן אביסל פון דער יבשה; און האט זיך אנידערגעזעצט און געלערנט די המונים מענטשן אויס דעם שיפל ארויס.


און אינדערפרי איז ער ווידער געקומען אין בית המקדש אריין, און דער גאנצער עולם איז געקומען צו אים; און ער האט זיך אנידערגעזעצט, און זיי געלערנט.


און דעם טאג פון שבת זענען מיר ארויסגעגאנגען אויסער דעם טויער צו א טייך, וואו מיר האבן זיך משער געווען, אז עס איז א בית התפילה; און האבן זיך אנידערגעזעצט און גערעדט מיט די פרויען, וואס זענען זיך צוזאמענגעקומען.


און זעענדיק דאס, האט פעטרוס געענטפערט דעם עולם: איר מענער פון ישראל, וואס וואונדערט איר זיך איבער דער דאזיקער זאך? אדער וואס קוקט איר אזוי אויף אונדז, גלייך ווי מיט אונדזער אייגענעם כוח אדער פרומקייט האבן מיר אים געמאכט ארומגיין?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ