2 פערציק טעג לאנג און איז אויסגעפרואווט געווארן פון שׂטן. און ער האט גארנישט געגעסן אין יענע טעג; און ווען זיי האבן זיך געענדיקט איז ער הונגעריק געווארן.
און אינדערפרי, אומקערנדיק זיך אין שטאט אריין, איז ער הונגעריק געווארן.
און פאסטנדיק פערציק טעג און פערציק נעכט, איז ער דערנאך הונגעריק געווארן.
און דער שׂטן האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג צו דעם דאזיקן שטיין, אז ער זאל ווערן ברויט!
און דארט איז געווען יעקבס ברונעם. און זייענדיק מיד פון דער נסיעה, האט יהושע/ישוע זיך אזוי אנידערגעזעצט ביים ברונעם; עס איז געווען ארום דער זעקסטער שעה.
ווייל דערמיט, וואס ער אליין האט געליטן, זייענדיק אין א נסיון, קען ער העלפן די, וואס געפינען זיך אין א נסיון.
ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא.