און נאכן לייענען די תורה און די נביאים, האבן די גבאים פון דער שול געשיקט צו זיי, אזוי צו זאגן: ברידער, אויב איר האט עפעס א ווארט פון מוסר פאר דעם עולם, זאגטס.
ווארום די איינוואוינער פון ירושלים און זייערע שרים, פארמשפטנדיק אים, וועמען זיי האבן נישט דערקענט, האבן דערפילט די רייד פון די נביאים, וואס ווערן געלייענט יעדן שבת.
און ה׳ האט זיך אוועקגעקערט און זיי איבערגעגעבן צו דינען די הערשאפן פון הימל, אזויווי עס שטייט געשריבן אינם ספר פון די נביאים: צי האט איר מיר (דען) מקריב געווען זבחים און מנחות פערציק יאר אין דער מדבר, אָ בית ישראל?