14 און יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט אין דער קראפט פונם גייסט קיין גליל; און א קלאנג איז ארויסגעגאנגען וועגן אים אין דער גאנצער אומגעגנט.
און ווען ער האט געהערט, אז יוחנן איז איינגעזעצט געווארן, איז ער אוועק קיין גליל;
און דער דאזיקער שם האט זיך פארשפרייט איבער יענעם גאנצן לאנד.
זיי אבער זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אים באקאנט געמאכט איבער יענעם גאנצן לאנד.
און נאך דעם ווי יוחנן איז איבערגעגעבן געווארן, איז יהושע/ישוע געקומען קיין גליל, און האט אויסגערופן די בשורה טובה פון ה׳,
און גלייך האט זיך זיין שם פארשפרייט אומעטום אין דער גאנצער געגנט ארום גליל.
און ווען דער שׂטן האט געענדיקט אלע אויספרווואונגען איז ער אוועק פון אים ביז אויף א צייט.
און דער קלאנג וועגן אים האט זיך פארשפרייט אויף יעדן ארט אין דער געגנט ארום.
און אין צוויי טעג ארום איז ער פון דארטן ארויסגעגאנגען קיין גליל.
קענט איר; און איר קענט די זאך, וואס איז געשען איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, וועלכע האט זיך אנגעהויבן פון גליל נאך דער מקווה, וואס יוחנן האט אויסגערופן—