1 און יהושע/ישוע, פול מיט דעם רוח הקודש, האט זיך אומגעקערט פונם ירדן, און איז געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר
ווי יהושע/ישוע איז געטובלט געווארן אין א מקווה, איז ער באלד ארויסגעשטיגן פון וואסער; און זע, די הימלען האבן זיך אויפגעעפנט, און ער האט געזען ה׳ס גייסט אראפנידערן ווי א טויב, און קומען אויף אים;
און ער איז געקומען דורך דעם גייסט אין בית המקדש אריין! און בשעת די עלטערן האבן אריינגעברענגט דאס קינד יהושע/ישוע, כדי צו טאן מיט אים לויט דעם מנהג פון דער תורה,
און ער איז געקומען אין דער גאנצער אומגעגנט פון ירדן און האט אויסגערופן א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד,
בן אנוש, בן שת, בן אדם, בן אלקים.
און יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט אין דער קראפט פונם גייסט קיין גליל; און א קלאנג איז ארויסגעגאנגען וועגן אים אין דער גאנצער אומגעגנט.
דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר, ווייל ער האט מיך געזאלבט, כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארעמעלייט; ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע, און צו בלינדע—ווידער צו קענען זען, די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי,
און יוחנן האט עדות געזאגט, אזוי צו זאגן: איך האב געזען דעם גייסט אראפנידערן פון הימל ווי א טויב; און בלייבן אויף אים.
ווארום ער, וועמען ה׳ האט געשיקט, רעדט די ווערטער פון ה׳; ווארום ער גיט נישט דעם גייסט מיט א מאס.
ביז צום טאג, ווען ער איז ארויפגענומען געווארן, נאך דעם ווי ער האט דורך דעם רוח הקודש געבאטן די שליחים, וועלכע ער האט אויסדערוויילט;
ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים.
און ווען זיי זענען ארויסגעשטיגן פונם וואסער, האט דער גייסט פון דעם האר פארטראגן פיליפוסן, און דער סריס האט אים שוין מער נישט געזען, און א פריילעכער איז ער זיך געפארן אויף זיין וועג.