9 און די האק ליגט אויך שוין ביים ווארצל פון די ביימער; דעריבער יעדער איינער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט און געווארפן אין פייער אריין.
און די האק ליגט שוין ביים שורש פון די ביימער; דעריבער יעדער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין.
יעדער בוים, וואס גיט נישט ארויס קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין.
און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל: א געוויסער מאן האט געהאט א פייגנבוים, וואס איז געווען געפלאנצט אין זיין וויינגארטן; און ער איז געקומען און האט געזוכט פירות אויף אים, און האט נישט געפונען.
און ער האט געזאגט צום וויינגערטנער: זע, איך קום שוין דריי יאר און זוך פירות אויף דעם דאזיקן פייגנבוים און געפין נישט. האק אים אפ! פארוואס זאל ער נאך אומנוצלעך מאכן די ערד?
אפשר וועט ער אויף להבא ברענגען פרוכט; און אויב נישט, וועסטו אים אפהאקן!
אויב עמיצער בלייבט נישט אין מיר, ווערט ער ארויסגעווארפן אינדרויסן, ווי די צווייג, און ווערט פארדארט; און מען זאמלט זיי איין און ווארפט זיי אין פייער אריין, און זיי ווערן פארברענט.
עמיצער, וואס איז עובר תורת משה, מוז אָן רחמנות שטארבן אויפן עדות זאגן פון צוויי אדער דריי;
ווארום אונדזער ג‑ט איז א פארצערנדיק פייער.