6 און זאל יעדער בשר (ודם) זען די ישועה פון ה׳. (ישעיהו מ, ג-ה.)
און ער האט צו זיי געזאגט: גייט אין דער גאנצער וועלט, זאגט אָן די גוטע בשורה צו דער גאנצער באשאפונג.
ווארום עס איז נישטא קיין חילוק צווישן ייד און גריך, ווייל דער זעלביקער האר פון אלע איז רייך צו אלע, וואס רופן צו אים;
אבער איך זאג: האבן זיי דען נישט געהערט? געוויס: זייער קלאנג איז ארויסגעגאנגען איבער דער גאנצער ערד, און ביז צו די עקן פון דער באוואויטער וועלט—זייערע ווערטער. (תהלים יט, ה.)