21 און עס איז געשען, בשעת דאס גאנצע פאלק האט זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה און יהושע/ישוע איז אויך געטובלט געווארן אין דער מקווה און האט תפילה געטאן, האט זיך דער הימל געעפנט,
און ווען ער האט געהאט אוועקגעשיקט די מאסן, איז ער ארויפגעגאנגען אויפן בארג, כדי אליין תפילה צו טאן; און ווען עס איז געווארן אוונט, איז ער דארטן געווען איינער אליין.
נאר ער האט זיך צוריקגעצויגן אין די מדבריות אריין און תפילה געטאן.
און עס איז געשען בשעת ער האט תפילה געטאן איינער אליין, און די תלמידים זענען געווען מיט אים, האט ער זיי געפרעגט, אזוי צו זאגן: ווער, זאגן די לייט, אז איך בין?
און זאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט זען דעם הימל אפן, און די מלאכים פון ה׳ ארויפגיין און אראפקומען אויף דעם בר אנש.
אנהויבנדיק פון יוחננס מקווה ביז צום טאג, ווען ער איז פון אונדז ארויפגענומען געווארן, זאל זיין אן עדות מיט אונדז פון זיין תחית המתים.