2 ווען חנן און קיפא זענען געווען כהנים גדולים, איז ה׳ס ווארט געקומען צו יוחנן בן זכריה אין דער מדבר.
און בשעת די דאזיקע זענען אוועקגעגאנגען, האט יהושע/ישוע אנגעהויבן צו זאגן צו די המונים מענטשן וועגן יוחנן: וואס זענט איר ארויסגעגאנגען אין דער מדבר אריין זען? א שטעקל געשאקלט פון ווינט?
דעמאלט האבן זיך פארזאמלט די הויפט כהנים, און די זקנים פון פאלק, אין דעם הויף פון דעם כהן גדול, וואס האט געהייסן קיפא;
לויט ווי עס שטייט געשריבן אין ישעיהו הנביא: זע, איך שיק מיין שליח פאר דיין פנים, ער וועט צוגרייטן דיין וועג; (מלאכי ג, א.)
און דאס קינד איז געוואקסן און איז שטארק געווארן אינם גייסט, און איז געווען אין מדבריות ביז צום טאג פון זיין באווייזן זיך צו ישראל.
האט ער געזאגט: איך בין א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר: מאכט גלייך דעם וועג פון דעם האר, אזויווי ישעיה הנביא האט געזאגט. (ישעיהו מ, ג.)
און חנן האט אים אוועקגעשיקט א געבונדענעם (עקידה) צו קיפא דעם כהן גדול.
און חנן דער כהן גדול, און קיפא און יוחנן און אלעקסאנדער, און אלע, וואס זענען געווען פון דעם כהן גדולס משפחה.