17 זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, אויסצורייניקן זיין דרעשעריי און איינצוזאמלען דעם ווייץ אין שייער אריין, די פלעווע אבער וועט ער פארברענען מיט פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס.
לאזט ביידע וואקסן צוזאמען ביז צום שניט, און אין דער צייט פון שניט וועל איך זאגן צו די שניטער: רייסט צום ערשט אויס דאס אומקרויט, און בינדט עס אין בינטלעך, כדי מען זאל עס פארברענען; דעם ווייץ אבער זאמלט איין אין מיין שייער אריין.
זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, און ער וועט גוט אויסרייניקן זיין דרעשעריי; און ער וועט איינזאמלען זיין ווייץ אין שייער אריין, אבער די פלעווע וועט ער פארברענען אין פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס.
און נאך מיט א סך אנדערע אזהרות האט ער אנגעזאגט די גוטע בשורה צום פאלק.