12 און אויך שטייער אויפמאנער זענען געקומען צו לאזן זיך טובל זיין אין דער מקווה און האבן געזאגט צו אים: רבי, וואס זאלן מיר טאן?
מחמת אויב איר וועט ליב האבן די, וואס האבן אייך ליב, וואס פאר א שכר האט איר? צי טאן דען די שטייער אויפמאנער נישט דאס זעלביקע?
און דער שטייער אויפמאנער איז געשטאנען פונדערווייטנס, האט אפילו נישט געוואלט אויפהויבן די אויגן צום הימל, נאר האט זיך געשלאגן אויף זיין ברוסט, אזוי צו זאגן: אָ, ה׳, זיי מיר מוחל, דעם חוטא!
און די מאסן מענטשן האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: וואס זשע זאלן מיר טאן?
האט ער צו זיי געזאגט: פאדערט נישט מער ווי עס איז אייך באשטימט געווארן!
און דאס גאנצע פאלק, וואס האט אים געהערט, און די שטייער אויפמאנער האבן גערעכטפערטיקט ה׳, לאזנדיק זיך טובל זיין מיט דער מקווה פון יוחנן.
און ווי זיי האבן דאס געהערט, האבן זיי עס זיך גענומען צום הארצן, און געזאגט צו פעטרוסן און צו די איבריקע שליחים: ברידער, וואס זאלן מיר טאן?