און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!
זכי אבער האט זיך אנידערגעשטעלט און געזאגט צום האר: זע, די העלפט פון מיין פארמעגן, האר, גיב איך צו די ארעמעלייט, און אויב איך האב ביי עמיצן עפעס ארויסגעפרעסט, גיב איך אים אפ פיר מאל אזויפיל.
ווארום אייניקע האבן געמיינט, ווייל יהודה האט געהאט די פושקע, זאגט יהושע/ישוע צו אים: קויף איין, וואס מיר ברויכן אויף יום טוב; אדער אז ער זאל עפעס געבן צו די ארעמעלייט.