Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 24:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 ער איז דא נישטא, נאר איז אויפגעשטאנען! דערמאנט זיך ווי ער האט גערעדט צו אייך, בשעת ער איז נאך געווען אין גליל, און געזאגט,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 24:6
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווייל אזוי ווי יונה איז געווען דריי טעג און דריי נעכט אין די געדערעם פון דעם ריזנפיש, אזוי וועט דער בר אנש זיין דריי טעג און דריי נעכט אין דעם הארץ פון דער ערד.


פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין.


און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין.


ער איז דא נישטא; מחמת ער איז אויפגעשטאנען, לויט ווי ער האט געזאגט. קומט אהער, און זעט דאס ארט, וואו דער האר איז געלעגן.


און ער זאגט צו זיי: שרעקט זיך נישט! איר זוכט יהושען/ישוען פון נצרת, דעם וואס איז אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן; ער איז אויפגעשטאנען; ער איז דא נישטא; אָט איז דאס ארט, וואו מען האט אים געלייגט! (תהלים טז, י.)


און האט זיי אנגעהויבן צו לערנען, אז דער בר אנש מוז ליידן א סך, און פארווארפן ווערן פון די זקנים, און פון די הויפט כהנים, און פון די סופרים, און געטייט ווערן, און אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.


וועלכע האבן געזאגט: דער האר איז באמת אויפגעשטאנען, און האט זיך באוויזן צו שמעונען!


און ווי זיי האבן זיך דערשראקן און גענייגט די פנימער צו דער ערד, האבן די דאזיקע געזאגט צו זיי: וואס זוכט איר דעם לעבעדיקן צווישן די טויטע?


און האט געזאגט; דער בר אנש מוז א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים און געטייט ווערן און דעם דריטן טאג אויפשטיין.


לאזט די דאזיקע ווערטער אריינדרינגען אין אייערע אויערן אריין: ווארום דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן.


אים האט ה׳ אויפגעוועקט, אויפלויזנדיק די יסורים פון טויט, ווייל עס האט נישט געקענט זיין, אז ער זאל פון אים געהאלטן ווערן.


צי געדענקט איר דען נישט, אז בשעת איך בין נאך געווען ביי אייך, האב איך אייך דאס געזאגט?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ