4 און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אזוי געווען מבולבל וועגן דעם, זע, צוויי מענער זענען געשטאנען נעבן זיי אין שטראלנדיקע קליידער;
און ווען זיי זענען אריינגעגאנגען אין קבר אריין, האבן זיי געזען א בחור זיצן אויף דער רעכטער זייט, אנגעטאן אין א ווייס קלייד, און זיי האבן זיך שטארק דערשראקן.
און א מלאך פונם האר (ה׳) האט זיך אוועקגעשטעלט ביי זיי און דער כבוד פון האר (ה׳) האט זיי ארומגעלויכטן, און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט.
און ווי זיי האבן זיך דערשראקן און גענייגט די פנימער צו דער ערד, האבן די דאזיקע געזאגט צו זיי: וואס זוכט איר דעם לעבעדיקן צווישן די טויטע?
און ווי זיי האבן אזוי פעסט געקוקט צום הימל, בשעת ער איז אוועק ארויף, זע, ביי זיי זענען געשטאנען צוויי מענער אין ווייסע קליידער;
און זע, א מלאך פונם האר איז געקומען, און א ליכט האט אויפגעלויכטן אין דער קאמער; און ער האט א קלאפ געטאן פעטרוסן אויף דער זייט און אים אויפגעוועקט, און געזאגט: שטיי אויף געשווינד. און די קייטן זענען אים אראפגעפאלן פון די הענט.
און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.