29 און זיי האבן אים געבעטן, און האבן געזאגט: בלייב ביי אונדז, ווייל עס האלט שוין באלד ביים אוונט, און דער טאג האט זיך שוין גענייגט! און ער איז אריינגעגאנגען צו בלייבן ביי זיי.
און דער האר האט געזאגט צו דעם קנעכט: גיי ארויס אויף די וועגן און פלויטן און צווינג זיי אריינצוקומען, כדי מיין הויז זאל ווערן פול!
און זיי האבן זיך דערנענטערט צו דעם דארף, וואואהין זיי זענען געגאנגען, און ער האט זיך געמאכט, ווי ער וואלט געוואלט גיין ווייטער.
און עס איז געשען, בשעתן אנידערזעצן זיך צוזאמען מיט זיי צום טיש, האט ער גענומען דאס ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי.
און א ג‑טספארכטיקע פרוי, מיטן נאמען לידיא, א פארקויפערין פון פורפור, אויס דער שטאט טיאטירא, האט זיך צוגעהערט; וואס דער האר האט איר אויפגעמאכט דאס הארץ צו פארנעמען די רייד פון פוילוסן.