Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 24:27 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

27 און אנהויבנדיק פון (תורת) משה און פון אלע נביאים, האט ער אויסגעטייטשט פאר זיי אין אלע שריפטן דאס, וואס האט א שייכות צו אים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 24:27
50 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אָן א משל האט ער צו זיי נישט גערעדט; און איז ער געווען מיט זיינע תלמידים אליין, האט ער זיי אלץ אויסגעלייגט.


און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט!


און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר.


פיליפוס געפינט נתנאלן און זאגט צו אים: אים, פון וועמען משה האט געשריבן אין דער תורה, און די נביאים, האבן מיר געפונען, יהושע/ישוע בן יוסף פון נצרת.


דאס האט ישעיהו געזאגט, ווייל ער האט געזען זיין כבוד, און גערעדט וועגן אים.


און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, האט עדות געזאגט וועגן מיר. נישט האט איר, ווען עס איז, געהערט זיין קול, נישט האט איר זיין געזען געשטאלט.


איר פארשט (דאך) אין די כתבי (הקודש), ווייל איר מיינט, אז אין זיי האט איר אייביק לעבן; און זיי זענען עס, וואס זאגן עדות וועגן מיר.


אויף אים זאגן אלע נביאים עדות, אז יעדערער, וואס גלויבט אין אים, וועט דורך זיין נאמען באקומען די פארגעבונג פון זינד.


אבער ה׳ האט אויף אזא אופן דערפילט, וואס ער האט פארויסגעזאגט דורך דעם מויל פון אלע נביאים, אז זיין משיח וועט ליידן.


ווארום משה (רבינו) האט געזאגט: א נביא, גלייך צו מיר, וועט דער האר ג‑ט אויפשטעלן צו אייך, פון צווישן אייערע ברידער; אים זאלט איר הערן לויט אלעם, וואס ער וועט צו אייך רעדן;


און אלע נביאים פון שמואל אָן און די, וואס זענען געווען נאך אים, וואס האבן גערעדט, האבן אויך אנגעזאגט די דאזיקע טעג.


דאס איז דער משה, וועלכער האט געזאגט צו די קינדער ישראל: א נביא וועט דער האר אייער ג‑ט אייך אויפשטעלן פון אייערע ברידער, גלייך צו מיר; אים זאלט איר הערן. (דברים יח, טו.)


און פיליפוס האט אויפגעמאכט זיין מויל, און אנהויבנדיק פון דער דאזיקער שריפט, האט ער אים אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען.


און איך בין אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, זיך צו בוקן צו אים. און ער האט צו מיר געזאגט; גיב אכטונג, טו דאס נישט; איך בין דיינער א מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, וואס האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן; ווארום דאס עדות פון יהושען/ישוען, דאס איז דער רוח הנבואה.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ