21 מיר אבער האבן געהאפט, אז ער איז דאס, וועלכער האט געזאלט אויסלייזן דאס (פאלק) ישראל. און אויסער דעם איז שוין היינט דער דריטער טאג, זינט די דאזיקע זאכן זענען געשען.
געלויבט זאל זיין דער האר, דער ג‑ט פון ישראל. ווייל ער האט השגחה געהאט און געשאפן א ישועה פאר זיין פאלק,
אויך זי איז געקומען אין דער זעלביקער שעה, האט געלויבט ה׳, און גערעדט וועגן אים צו אלע, וואס האבן געהאפט אויף דער אויסלייזונג פון ירושלים.
דעריבער, ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: האר, צי וועסטו אין דער דאזיקער צייט ווידער אויפריכטן דאס מלכות צו ישראל?
צי ווילסטו מיך הרגענען, אזוי, ווי דו האסט נעכטן געהרגעט דעם מצרי?
און זיי האבן געזונגען א ניי ניגון, אזוי צו זאגן: ראוי ביסטו צו נעמען דאס ספר און צו עפענען זיינע חתימות; ווייל דו ביסט געשחטן געווארן, און האסט אויסגעקויפט פאר ה׳ מיט דיין אייגן בלוט די (מענטשן) פון יעדן שבט און לשון און פאלק און אומה,