2 זיי האבן אבער געפונען דעם שטיין אראפגעקייקלט פונם קבר;
און זע, עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; מחמת א מלאך פון דעם האר (ה׳) איז אראפגעקומען פון הימל, און איז צוגעגאנגען און האט אוועקגעקייקלט דעם שטיין, און זיך אנידערגעזעצט אויף אים.
און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען עס האט אנגעהויבן טאגבראך, זענען זיי געקומען צום קבר, ברענגענדיק די בשמים, וואס זיי האבן צוגעגרייט.
און זענען אריינגעגאנגען, און האבן נישט געפונען דעם גוף פון דעם האר יהושע/ישוע.
און ווידער א זיפץ טוענדיק אין זיך אליין, קומט יהושע/ישוע צום קבר. און עס איז געווען א הייל, און א שטיין איז געלעגן אויף איר.
און זיי האבן אוועקגענומען דעם שטיין. און יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן (צום הימל) ארויף און געזאגט: פאטער, איך דאנק דיר, אז דו האסט מיך דערהערט.