1 און דעם ערשטן טאג פון דער וואך, ווען עס האט אנגעהויבן טאגבראך, זענען זיי געקומען צום קבר, ברענגענדיק די בשמים, וואס זיי האבן צוגעגרייט.
און עס זענען אויך געווען פרויען, וואס האבן זיך צוגעקוקט פונדערווייטנס, צווישן זיי מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב הקטן און פון יוסי, און שלומית;
און דאס זענען געווען מרים פון מגדלה, און יוחנה, און מרים, יעקבס מוטער; און די איבריקע מיט זיי האבן דאס געזאגט צו די שליחים,
זיי האבן אבער געפונען דעם שטיין אראפגעקייקלט פונם קבר;
נאר אפילו אייניקע פרויען, וואס געהערן צו אונדז, האבן אונדז איבערראשט, קומענדיק אינדערפרי צום קבר;