53 און האט אים אראפגענומען, אים איינגעוויקלט אין א ליילעך, און געלייגט אין א קבר, אויסגעהאקט אין א פעלדזן, וואו עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן.
און ער האט געקויפט א ליילעך, האט אים אראפגענומען, און אים איינגעוויקלט אין דעם ליילעך, און אריינגעלייגט אין א קבר, וואס איז געווען אויסגעהאקט אין א פעלדזן; און האט ארויפגעקייקלט א שטיין אויף דעם אריינגאנג צום קבר. (ישעיהו נג, ט.)
ער איז געגאנגען צו פילאטוסן און האט געבעטן פון אים ישועס גוף.
און דער טאג איז געווען ערב שבת, און דער שבת האט שוין געהאלטן ביים צופאלן.
און אויף דעם ארט, וואו ער איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, איז געווען א גארטן, און אין דעם גארטן א ניי קבר, אין וועלכן עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן.
און ווען זיי האבן אויסגעפירט אלץ, וואס שטייט געשריבן וועגן אים, האבן זיי אים אראפגענומען פון דעם בוים און אים אריינגעלייגט אין א קבר.