20 און ווידער האט פילאטוס אויסגערופן צו זיי, וועלנדיק אפלאזן יהושען/ישוען;
און בשעת ער איז געזעסן אויף דעם כסא המשפט, האט זיין ווייב צו אים געשיקט, אזוי צו זאגן: זאלסט גארנישט האבן צו טאן מיט דעם דאזיקן צדיק; מחמת איך האב היינט א סך געליטן אין א חלום דורך אים!
און ווייל פילאטוס האט געוואלט טאן די געפעליקייט דעם המון, האט ער פאר זיי באפרייט בר‑אבאן, און האט איבערגעגעבן יהושען/ישוען, נאך דעם ווי ער האט אים געלאזט שמייסן, און אים איבערגעגעבן אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן. (ישעיהו נג, ה.)
וועלכער איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד, וואס איז פארגעקומען אין דער שטאט, און צוליב א מערדעריי.
זיי אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויפהענגען אים אויף דער בוים! אויפהענגען אים אויף דער בוים!
פון דעמאלט אָן האט פילאטוס געזוכט אים צו באפרייען; די יידן אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויב דו באפרייסט דעם דאזיקן, ביסטו נישט דעם קיסרס פריינד; (ווארום) יעדער איינער, וואס מאכט זיך פאר א מלך, ווידערשפעניקט קעגן קיסר.