Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 23:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 און פילאטוס האט צוזאמענגערופן די הויפט כהנים און די שרים און דאס פאלק.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 23:13
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און פילאטוס האט צו זיי געזאגט: וואס פאר א שלעכטס האט ער דען געטאן? זיי אבער האבן נאך מער געשריגן: אויפהענגען אים אויף דער בוים!


און דאס פאלק איז געשטאנען און האט עס צוגעזען. און אויך די שרים האבן אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: אנדערע האט ער געהאלפן; זאל ער זיך אליין העלפן, אויב ער איז דער משיח, דער אויסדערוויילטער פון ה׳!


און וויאזוי אונדזערע הויפט כהנים און שרים האבן אים איבערגעגעבן, אז ער זאל פארמשפט ווערן צום טויט, און האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים.


דאך האבן א סך אפילו פון די שרים געגלויבט אין אים, נאר צוליב די פרושים האבן זיי עס נישט מודה געווען, כדי זיי זאלן נישט געלייגט ווערן אין חרם אריין;


זאגט פילאטוס צו אים: וואס איז אמת? און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ווידער ארויסגעגאנגען צו די יידן, און זאגט צו זיי: איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים!


און פילאטוס איז ווידער ארויסגעגאנגען אינדרויסן און האט צו זיי געזאגט: זע, איך פיר אים ארויס צו אייך, כדי איר זאלט וויסן, אז איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים.


און עס איז געווען א מאן פון די פרושים, ער האט געהייסן נקדימון, א שר ביי יידן;


און זע, ער רעדט בפרהסיא, און מען זאגט אים גארנישט. קען עס זיין, אז אונדזערע שרים ווייסן באמת, אז ער איז דער משיח?


צי האט דען עמיצער פון די שרים געגלויבט אין אים, אדער (עמיצער) פון די פרושים?


ווארום די איינוואוינער פון ירושלים און זייערע שרים, פארמשפטנדיק אים, וועמען זיי האבן נישט דערקענט, האבן דערפילט די רייד פון די נביאים, וואס ווערן געלייענט יעדן שבת.


און איצט, ברידער, איך ווייס, אז איר האט עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט, ווי אויך אייערע שרים.


און עס איז געשען, אינדערפרי זענען זיך צונויפגעקומען זייערע שרים און די זקנים און די סופרים אין ירושלים


דעמאלט איז פעטרוס פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט געזאגט צו זיי: איר שרים פונם פאלק און זקנים פון ישראל,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ