11 און הורדוס מיט זיינע זעלנער האבן אים פאראכט און אפגעשפאט פון אים, און אנטוענדיק אים אין א פראכטפול מלבוש, האט ער אים צוריקגעשיקט צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ז-ח.)
אין יענער צייט האט הורדוס דער טעטרארך געהערט פון ישועס שם,
מחמת הורדוס האט דעם יוחנן געפאנגען גענומען, און אים געבונדן, און איינגעזעצט אין תפיסה, צוליב הורודיה, דאס ווייב פון זיין ברודער פיליפוס.
נאר ווען מען האט געפייערט הורדוסנס געבוירנטאג, האט הורודיהס טאכטער געטאנצט פאר די געסט און איז הורדוסן וואוילגעפעלן.
און ער האט צו זיי געזאגט: אליהו קומט טאקע צום ערשט, און שטעלט אלץ צוריק; און וויאזוי שטייט געשריבן וועגן דעם בר אנש אז ער וועט א סך ליידן און צונישט געמאכט ווערן? (ישעיהו נג, ג.)
און די הויפט כהנים און די סופרים זענען געשטאנען און האבן אים אייפערדיק אנגעקלאגט.
און יהושע/ישוע איז ארויסגעקומען אינדרויסן, טראגנדיק די דערנער קרוין און דאס פורפור מלבוש. און ער (פילאטוס) זאגט צו זיי: זע, דער מענטש!
ווארום ווען עס קומט אריין אין אייער שול א מאן מיט גאלדענע רינגען, פיינע מלבושים, און עס קומט אויך אריין אן ארעמאן אין פארבלאטיקטע קליידער;
און איר קוקט זיך אום אויף דעם, וועלכער טראגט די פיינע מלבושים, און זאגט: זעץ דיך דא אנידער אויף דעם בעסטן ארט; און דעם אביון זאגט איר: דו שטיי דארטן, אדער זעץ דיך אנידער אונטן אויף מיין פוסבענקל;