Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 22:61 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

61 און דער האר האט זיך אויסגעדרייט, און א בליק געטאן אויף פעטרוסן. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון דעם האר, ווי ער האט צו אים געזאגט: איידער דער האן וועט היינט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 22:61
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר, אז אין דער דאזיקער נאכט, איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען!


און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון יהושע/ישוע, וואס ער האט אים געהאט געזאגט: איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען. און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט ביטער געוויינט.


און יהושע/ישוע, גלייך ווי ער האט דערפילט אין זיך אז די קראפט איז פון אים ארויסגעגאנגען, האט זיך אויסגעדרייט צווישן דעם המון מענטשן, און געזאגט: ווער האט אנגערירט מיינע מלבושים?


און דער האר האט איר ענטפערנדיק געזאגט: מרתא, מרתא, דו זארגסט דיך און קימערסט דיך וועגן א סך זאכן;


ער אבער האט געזאגט: איך זאג דיר, פעטרוס, נישט וועט היינט דער האן קרייען, ביז דו האסט דריי מאל געלייקנט מיך צו קענען!


פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט! און אין אן אויגנבליק, בשעת ער האט נאך גערעדט, האט דער האן געקרייט.


און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט זיך ביטער צעוויינט.


און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט!


האט יוחנן זיי געשיקט צו דעם האר, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דער, וואס דארף קומען, אדער זאלן מיר ווארטן אויף אן אנדערן?


ענטפערט יהושע/ישוע: דיין לעבן וועסטו אנידערלייגן פאר מיינעטוועגן? באמת, באמת זאג איך דיר: איידער נאך דער האן וועט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען!


אים האט ה׳ דערהייבט מיט זיין רעכטער האנט, (צו זיין) א שר און א גואל, צו געבן צו ישראל תשובה און סליחת חטאים.


צוליב דעם זאלט איר געדענקען, אז אמאל זענט איר געווען אומות (העולם) אינם פלייש, וואס זענען גערופן געווארן ערלים פון די, וואס הייסן נמולים—א מילה אינם פלייש, א מיט הענט געמאכטע—


געדענק זשע פונוואנען דו ביסט אפגעפאלן, און טו תשובה, און טו דיינע ערשטע מעשים; און אויב נישט, וועל איך קומען און אוועקשטויסן דיין מנורה פון איר ארט, אויב דו וועסט נישט תשובה טאן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ