60 פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט! און אין אן אויגנבליק, בשעת ער האט נאך גערעדט, האט דער האן געקרייט.
האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר, אז אין דער דאזיקער נאכט, איידער א האן וועט א קריי טאן, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען!
ער אבער האט געזאגט: איך זאג דיר, פעטרוס, נישט וועט היינט דער האן קרייען, ביז דו האסט דריי מאל געלייקנט מיך צו קענען!
און נאך א פארלויף פון אן ערך איין שעה, האט אן אנדערער באשטימט פארזיכערט, אזוי צו זאגן: אויף אן אמת אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים; ווארום ער איז אויך א גלילי!
און דער האר האט זיך אויסגעדרייט, און א בליק געטאן אויף פעטרוסן. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט פון דעם האר, ווי ער האט צו אים געזאגט: איידער דער האן וועט היינט קרייען, וועסטו מיך דריי מאל פארלייקענען.
פעטרוס האט דעריבער ווידער געלייקנט; און גלייך האט א האן געקרייעט.