57 און ער האט עס אפגעלייקנט, אזוי צו זאגן: אשה, איך קען אים נישט!
ווער אבער עס וועט מיך פארלייקענען פאר די מענטשן, וועל איך דעם אויך פארלייקענען פאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל.
ער אבער האט עס געלייקנט פאר אלעמען, אזוי צו זאגן: איך ווייס נישט, וואס דו זאגסט!
דער אבער, וואס פארלייקנט מיך פאר מענטשן, וועט פארלייקנט ווערן פאר די מלאכים פון ה׳.
א דינסטמיידל אבער האט אים געזען זיצן ביים פייער, האט זי זיך גוט איינגעקוקט אויף אים און געזאגט: אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים!
און אביסל שפעטער האט אים אן אנדערער דערזען, און געזאגט: דו ביסט אויך פון זיי! פעטרוס אבער האט געזאגט: מענטש, איך בין עס נישט!
שמעון פעטרוס אבער איז געשטאנען און זיך געווארעמט. און מען האט צו אים געזאגט: צי ביסטו דען נישט אויך פון זיינע תלמידים? האט ער געלייקנט און געזאגט: איך בין נישט!
פעטרוס האט דעריבער ווידער געלייקנט; און גלייך האט א האן געקרייעט.
דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן,
ווען מיר זענען זיך מתוודה אויף אונדזערע זינד, איז ער געטריי און גערעכט אז ער זאל אונדז מוחל זיין די זינד און אונדז רייניקן פון יעדער אומגערעכטיקייט. (משלי כח, יג.)