56 א דינסטמיידל אבער האט אים געזען זיצן ביים פייער, האט זי זיך גוט איינגעקוקט אויף אים און געזאגט: אויך דער דאזיקער איז געווען מיט אים!
און פעטרוס איז געזעסן אינדרויסן אויפן הויף. און א דינסטמויד איז צוגעקומען צו אים, און האט געזאגט: אויך דו ביסט געווען מיט יהושע/ישוע הגלילי!
און ווען עס איז געווארן אוונט, קומט ער מיט די צוועלף.
יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: לאזט זי צורו! וואס פארשאפט איר זי עגמת נפש? זי האט מיר געטאן א גוטע זאך.
נאך דעם האט ער ווידער ארויפגעלייגט די הענט אויף זיינע אויגן; און ער האט שארף געקוקט, און איז געהיילט געווארן, און האט אלץ געזען קלאר אפילו פונדערווייטנס.
און ווען זיי האבן אנגעצונדן א פייער אינמיטן הויף, און זיך אנידערגעזעצט צוזאמען, האט פעטרוס זיך אנידערגעזעצט צווישן זיי.
און ער האט עס אפגעלייקנט, אזוי צו זאגן: אשה, איך קען אים נישט!
און די שיפחה, די טיר וועכטערין, האט געזאגט צו פעטרוסן: צי ביסטו דען נישט אויך פון די תלמידים פון דעם דאזיקן מענטש? זאגט ער: איך בין נישט.