Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




לוקאס 22:53 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

53 ווען איך בין געווען טאג אויס טאג איין מיט אייך אינם בית המקדש, האט איר נישט אויסגעשטרעקט די הענט קעגן מיר; נאר די דאזיקע איז אייער שעה, און די מאכט פון דער פינצטערניש.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




לוקאס 22:53
20 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווען ער איז געקומען אין בית המקדש אריין, זענען די הויפט כהנים און די זקנים פון דעם פאלק צוגעגאנגען צו אים, בשעת ער האט געלערנט, און האבן געזאגט: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? און ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות?


און יהושע/ישוע האט געזאגט צו די הויפט כהנים, און הויפטלייט פון בית המקדש, און זקנים, וועלכע זענען געקומען קעגן אים: ווי קעגן א רויבער זענט איר ארויסגעקומען מיט שווערדן און מיט שטאנגען!


און זיי האבן אים געכאפט, און אים אוועקגעפירט, און אריינגעברענגט אין כהן גדולס הויז אריין. פעטרוס אבער האט נאכגעפאלגט פונדערווייטנס.


איצט איז מיין נפש באאומרואיקט; און וואס זאל איך זאגן? פאטער, זיי מיך מציל פון דער דאזיקער שעה? אבער צוליב דעם בין איך דאך געקומען צו דער דאזיקער שעה.


און ווי ער האט געהאט גענומען דעם ביסן, איז ער גלייך ארויסגעגאנגען; און עס איז געווען נאכט.


איך וועל מער נישט רעדן קיין סך מיט אייך; ווארום דער שר פון דער וועלט קומט; און אין מיר האט ער גארנישט;


זיי האבן דעריבער געזוכט אים צו כאפן; און קיינער האט נישט ארויפגעלייגט אויף אים די האנט, ווייל זיין שעה איז נאך נישט געקומען.


און די משרתים זענען צוריקגעקומען צו די הויפט כהנים און פרושים, און זיי האבן צו זיי געזאגט: פארוואס האט איר אים נישט געברענגט?


אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.


ווייל דער ראנגלעניש פאר אונדז איז נישט קעגן בלוט און פלייש, נאר קעגן די ממשלות, קעגן די מאכטן, קעגן די וועלטהערשער פון דער דאזיקער פינצטערניש, קעגן די רוחות רעות אין די הימלישע ערטער.


וועלכער האט אונדז מציל געווען פון דער ממשלה פון פינצטערניש, און אונדז אריבערגעפירט אין דעם מלכות אריין פון זיין געליבטן זון;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ