38 און זיי האבן געזאגט: האר, זע, דא זענען דא צוויי שווערדן! ער אבער האט צו זיי געזאגט: עס איז גענוג!
און זע, איינער פון די, וואס זענען געווען מיט יהושען/ישוען, האט אויסגעשטרעקט די האנט, און ארויסגעצויגן זיין שווערד, און האט געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער.
האט ער צו זיי געזאגט: נאר איצט ווער עס האט א געלטבייטל, זאל ער אים נעמען, און אויך אזוי דעם טייסטער; און ווער עס האט גארנישט, דער זאל פארקויפן זיין מלבוש, און קויפן א שווערד.
און ווי די, וואס זענען געווען ארום אים, האבן געזען וואס דא גייט ווערן, האבן זיי געזאגט: האר, צי זאלן מיר שלאגן מיט דער שווערד?
האט יהושע/ישוע געענטפערט: מיין מלכות איז נישט פון דער דאזיקער וועלט; אויב מיין מלכות וואלט יא געווען פון דער דאזיקער וועלט, וואלטן מיינע משרתים געקעמפט, כדי איך זאל נישט איבערגעגעבן ווערן צו די יידן; איצט אבער איז מיין מלכות נישט פונדאנען.
נאר ווייל מיר זענען פונם טאג, לאמיר זיין ניכטער, לאמיר זיך אנקליידן מיט דעם ברוסט שילד פון אמונה און ליבע, און, אלס א העלם, די האפענונג פון ישועה.
שטעלט זיך אים אנטקייגן, פעסט אין דער אמונה, און זייט וויסן, אז די זעלביקע עינויים ווערן דערפילט אין אייערע ברידער אין דער וועלט.