27 ווארום ווער איז גרעסער, דער וואס זיצט ביים טיש, צי דער וואס באדינט? איז עס דען נישט דער, וואס זיצט? איך אבער בין אין אייער מיט ווי דער משרת.
גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.
וואויל איז יענע קנעכט, וועלכע ווען דער האר קומט געפינט ער זיי וואכנדיקע; באמת זאג איך אייך, ער וועט זיך ארומגארטלען און זיי אנידערזעצן צום טיש און צוגיין און זיי באדינען.
ווארום איר קענט דעם חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז הגם ער איז געווען רייך, דאך פאר אייערטוועגן איז ער געווארן ארעם, כדי דורך זיין ארעמקייט זאלט איר ווערן רייך.