24 און עס איז אויך געקומען צו א מחלוקה צווישן זיי, ווער פון זיי זאל געהאלטן ווערן פאר דעם גרעסטן.
אין יענער שעה זענען די תלמידים געקומען צו יהושען/ישוען, און געזאגט: ווער איז אינדעראמתן דער גרעסטער אין דעם מלכות השמים?
זיי אבער האבן געשוויגן; ווייל אונטערוועגנס האבן זיי געהאלטן א וויכוח איינער מיטן אנדערן, ווער עס איז דער גרעסטער.
און זיי האבן אנגעהויבן צו פרעגן איינס דאס אנדערע, ווער פון זיי דאס קען זיין, וואס וועט דאס דאזיקע טאן.
און עס איז זיי אויפגעגאנגען א ארגומענט: ווער פון זיי עס זאל זיין דער גרעסטער.
האט ליב איינער דעם אנדערן מיט ברידערלעכער ליבע; אינם צוטיילן כבוד, זאל יעדער איינער פריער אין זינען האבן דעם אנדערן;
די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן;