20 דעסגלייכן אויך דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער בעכער איז דער נייער בונד אין מיין בלוט, וואס ווערט פארגאסן פאר אייך.
מחמת דאס איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע צו דער פארגעבונג פון זינד.
און ער האט צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע.
אויך אזוי דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער כוס איז דער נייער בונד אין מיין בלוט; דאס טוט יעדעס מאל, ווען איר טרינקט (דערפון), לזכרון פון מיר.
וועלכער האט אונדז אויך פעאיק געמאכט (צו זיין) דינער פונם נייעם בונד, נישט פונם אות, נאר פונם גייסט; ווארום דער בוכשטאב טייט, דער גייסט אבער מאכט לעבעדיק.
און צו יהושען/ישוען דעם פארמיטלער פונם נייעם בונד (ברית חדשה), און צום בלוט פון באשפריצן, וואס רעדט בעסערס ווי הבלס (בלוט).
און דער ג‑ט פון שלום, וואס האט צוריקגעברענגט פון די טויטע דעם גרויסן פאסטוך פון די שאף יהושען/ישוען אונדזער האר, דורך דעם בלוט פון דעם אייביקן בונד,
און צוליב דעם איז ער דער פארמיטלער פון דעם נייעם בונד, כדי נאכדעם ווי זיין טויט איז געווארן פאר אן אויסלייזונג פון די עבירות, וואס זענען אונטער דעם ערשטן בונד, זאלן די גערופענע באקומען די אייביקע ירושה.
ווייל א צוואה טרעט ערשט אריין אין קראפט, ווען מען איז שוין געשטארבן, אנדערש האט זי נישט קיין מאכט ווען דער, וואס האט געמאכט די צוואה, לעבט.