18 ווארום איך זאג אייך: איך וועל פון איצט אָן מער נישט טרינקען פון דער פרוכט פון דעם וויינשטאק, ביז דאס קעניגרייך פון ה׳ וועט קומען.
און איך זאג דיר אויך: דו ביסט פעטרוס, און אויף דעם דאזיקן פעלדזן וועל איך בויען מיין קהלה; און די טויערן פון שאול תחתית וועלן זי נישט בייקומען.
איך זאג אייך אבער, איך וועל מער נישט טרינקען פון איצט אָן פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל דאס טרינקען מיט אייך ניי אין דעם קעניגרייך פון מיין פאטער.
און ער האט גענומען א כוס, האט געמאכט א ברכה, און געגעבן צו זיי; און זיי האבן אלע געטרונקען דערפון.
באמת זאג איך אייך: איך וועל נישט מער טרינקען פון דער פרוכט פונם וויינשטאק, ביז צו יענעם טאג, ווען איך וועל עס טרינקען ניי אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
און זיי האבן אים געגעבן וויין געמישט מיט מירע, וואס ער האט אבער נישט אנגענומען.
און ער האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך, עס זענען פאראן אייניקע, וואס שטייען דא, וועלכע וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דאס קעניגרייך פון ה׳ געקומען מיט מאכט.
אזוי אויך איר, ווען איר וועט זען די דאזיקע זאכן געשען, זאלט איר וויסן, אז דאס קעניגרייך פון ה׳ איז נאענט.
ווארום איך זאג אייך: איך וועל עס מער נישט עסן, ביז עס וועט דערפילט ווערן אין דעם קעניגרייך פון ה׳.
און באמת זאג איך אייך; אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דאס קעניגרייך פון ה׳.
וועלכער האט אונדז מציל געווען פון דער ממשלה פון פינצטערניש, און אונדז אריבערגעפירט אין דעם מלכות אריין פון זיין געליבטן זון;