13 און זיי זענען אוועקגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט; און האבן צוגעגרייט דאס (קרבן) פסח.
און די שליחים זענען אהינגעגאנגען, און האבן געפונען אזוי ווי ער האט זיי געזאגט.
דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, אבער מיינע ווערטער וועלן בשום אופן נישט פארגיין.
און יענער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערשטוב אויסגעשטאט מיט הסב‑בעטן; דארטן זאלט איר עס צוגרייטן.
און ווען די שעה איז געקומען, האט ער זיך אנידערגעזעצט, און די שליחים מיט אים.
זאגט יהושע/ישוע צו איר; צי האב איך דיר דען נישט געזאגט, אז אויב דו וועסט גלויבן, וועסטו זען דעם כבוד פון ה׳?
זאגט זיין מוטער צו די סארווערס: וואס ער וועט אייך זאגן, זאלט איר טאן.
דורך אמונה האט אברהם געהארכט, ווען ער איז גערופן געווארן, ארויסצוגיין צו אן ארט, וואס ער האט געזאלט באקומען פאר א ירושה; און איז ארויסגעגאנגען, נישט וויסנדיק, וואואהין ער גייט.