צום דריטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? איז פעטרוס טרויעריק געווארן, ווייל ער האט צו אים געזאגט צום דריטן מאל: צי האסטו מיך ליב? און ער האט צו אים געזאגט: האר, דו ווייסט אלץ; דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט יהושע/ישוע צו אים: פאשע מיינע שעפעלעך.
און ווען זיי זענען אריינגעקומען, זענען זיי ארויפגעגאנגען אין דער אויבערשטוב, וואו פעטרוס און יוחנן און יעקב און אנדריי, פיליפוס און תומא, בר‑תלמי און מתתיהו, יעקב בן חלפי און שמעון הקנאי און יהודה בן יעקב האבן געוואוינט.