11 און זאגט דעם בעל הבית פון דעם הויז: דער רבי לאזט דיר זאגן: וואו איז דאס גאסט צימער, וואו איך וועל עסן דאס (קרבן) פסח מיט מיינע תלמידים?
און אויב עמיצער וועט אייך עפעס זאגן, זאלט איר זאגן: דער האר דארף זיי האבן; און ער וועט זיי גלייך שיקן.
און וואו נאר ער וועט אריינגיין, זאלט איר זאגן צום בעל הבית: דער רבי זאגט: וואו איז מיין גאסט שטוב, אין וועלכער איך זאל עסן דאס קרבן פסח מיט מיינע תלמידים?
און אויב עמיצער וועט אייך פרעגן: פארוואס בינדט איר עס אויף? זאלט איר אזוי זאגן: דער האר דארף עס האבן!
און זיי האבן געזאגט: דער האר דארף עס האבן!
און ווי יהושע/ישוע איז געקומען צו דעם ארט, האט ער ארויפגעבליקט און געזאגט צו אים: זכי, קום געשווינט אראפ; ווארום היינט מוז איך איינשטיין ביי דיר אין הויז!
האט ער צו זיי געזאגט: זע, ווען איר וועט אריינקומען אין דער שטאט, וועט אייך אנטקעגנקומען א מענטש טראגנדיק א קרוג מיט וואסער; אים זאלט איר נאכפאלגן אין דעם הויז, אין וועלכן ער גייט אריין.
און יענער וועט אייך ווייזן א גרויסע אויבערשטוב אויסגעשטאט מיט הסב‑בעטן; דארטן זאלט איר עס צוגרייטן.
און האבנדיק דאס געזאגט, איז זי אוועקגעגאנגען, און האט גערופן איר שוועסטער שטילערהייט, און געזאגט צו איר: דער רבי איז דא און רופט דיך.
אָט שטיי איך פאר דער טיר און קלאפ; ווען עמיצער וועט הערן מיין קול און עפענען די טיר, וועל איך אריינקומען צו אים און עסן מיט אים די סעודה, און ער מיט מיר.