7 האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, און ווען וועט דאס זיין? און וואס איז דער סימן ווען דאס דארף געשען?
און ווען ער איז געזעסן אויפן הר הזיתים, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, בשעת זיי זענען געווען אליין, און האבן געזאגט: זאג אונדז, ווען וועט דאס געשען, און וואס וועט זיין דאס אות פון דיין קומען, און פון דעם קץ פון דער וועלט?
און ווען איר וועט זען די אומווירדיקייט פון דער פארוויסטונג שטיין וואו עס דארף נישט—זאל דער לייענער פארשטיין (דניאל יב, יא.)—דעמאלט זאלן די, וואס זענען אין יהודה, אנטלויפן צו די בערג;
באמת זאג איך אייך: דאס דאזיקע דור וועט נישט פארגיין, ביז אלץ וועט האבן געשען.
די דאזיקע זאכן, וואס איר זעט, עס וועלן קומען טעג, אין וועלכע עס וועט דא נישט איבערגעלאזט ווערן א שטיין אויף א שטיין, וואס וועט נישט אנידערגעריסן ווערן!
און ער האט געזאגט: גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט פארפירט ווערן; ווארום א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס און די צייט האט גענענט! איר זאלט זיי נישט נאכגיין!